שבת-ליכט
א ליכטיגערע היים
מבצע 2 פון 10
אידישע פרויען און מיידלעך צינדן ליכט פאר שקיעה יעדן פרייטאג צו באגריסן דעם שבת. די מצוה ברענגט שלום, ברכה, און גייסטיש ליכט אין די היים און אין דער וועלט.
א טיפערער בליק
יעדע מצוה וואס מיר טוען ברענגט געטליכע ענערגיע און ליכט אין דער וועלט, אבער נאר די מצוה פון שבת-ליכט פאראייניגט יענע שיין מיטן גשמיות'דיגן שיין פון די ליכט. ספעציעל אין די צייטן פון גייסטישער פינצטערניש, לייכטן די ליכט פון שבת אונזער וועג אז מיר זאלן נישט שטרויכלען, ניט קיין חילוק וועלכע מניעות מיר טרעפן.
די מעשה פון צינדן ליכט ברענגט אריין דעם שלום פון שבת, וואס ברענגט אריין דעם ענדגילטיגן שלום פון דער תקופה פון משיח אין וועלכער מיר געפינען זיך יעצט. אין אונזער תקופה ווערן אלע אינערליכע קאנפליקטן אין דער בריאה אויסגעגליכן, און דער אונטערליגנדער געטליכער צוועק ווערט אנטפלעקט.
יעדע פרוי וואס האט אנגעצונדן שבת-ליכט קען יענע געפיל פון תיכף'דיגער דערלייכטערונג וואס פלייצט איבער אונז ווען דער הוליענדער פרייטאג-נאכמיטאג-יאג ציט זיך צוריק און די רואיגקייט פון שבת קומט אריין. די ליכט ווארפן א פארכאפנדן זויבער איבערן גאנצן הויזגעזינד, און ברענגען שלום און הארמאניע, מיט נאכווירקונגען וואס האלטן אן די גאנצע וואך.